די לאַגע פון דער רוסישפּרעכיקער עליה אין ישרשל
די לאַגע פון דער רוסישפּרעכיקער עליה אין ישרשל
אַלעקסאַנדר ווישנעוועצקי
Published in Lebens Fragen Journal in 2005
דעם מאטעריאל האב איך געשריבן אוסניצנדיק פילצאליקע ארטיקלען אין דער פרעסע,אין אינטערנעט,אין ראדיא און טעלעוויזיע פון ישראל.און יעדע אנגעשריבענע פראזע קען איך דאקומענטאל דערווייזן.איך בין נאר א האלב יאר אין לאנד און איך האב א מעגלעכקייט צו פארגלייכן דאס לעבן אין ישראל און אין אוזבעקיסטאן,פונוואנען איך בין געקומען.דארט איז דאס לעבן שרעקלעך שווער,און די לוין-פרייזן און פענסיעס זיינען נישט גרעסער ווי $ 20-30 אין א חדש.און ווען נישט די הילף פון דזשויננט וואלטן א ריי אלטע יידישע מענטש געשטארבן פון הונגער.פארשטיי זיך,אז אין ישראל איז די לאגע אפילו פון ארעמע מענטשן אויף א סך בעסער ווי דארט און די פראבלעמעס קלינגען אנדערש.נאר צום באדויערונג זיינען זיי פאראן און זיינען ענג פארבונדן מיט דער לאגע פון דער עליה. פאַר אַ קורצער ציַיט (נישט מער פון 16 יאָר) איז קיַין ישראַל געקומען מער פון א מיליאָן רוסישפּרעכיקע ייִדן פון געוועזענעם ראַטנפאַרבאַנד.פאַרשטייט זיך,אַז די אינטעגראַציע פון די סאָוועטישע ייִדן אין דער ישראלדיקער ווירקלעכקיַיט איז נישט קיַין גרינגער פראָצעס.א גרויסע השפאה אויף דעם פראָצעס שפילט דער אונטערשיעד צווישן זייער לעבן דאָרט אין געוועזענעם ראַטנפאַרבאַנד און דאָ - אין ישראל. עס איז זייער שווער זיך אַבסאָרבירן אין אַ ניַיעם לאַנד,אין ניַיע באַדינגונגען,וווּ כמעט אַלעס איז אַנדערש,אָנהייבנדיק פונעם קלימאַט און דער שפּראך און פאַרענדיקט מיט דעם מענטאַליטעט פון מענטשן.די אַרויסגעזאָגטע האָפענונג אויף אַזוי גערופענעם שטעלצ-קעסל,וווּ עס וועלן זיך גיך איבערמישן די סאָוועטישע ייִדן מיט די אָרטיקע און ווערן איין פאָלק לויט אַלע סימונימ האָבן זיך נישט רעאַליזירט.אַ באוויַיז פון דעם איז דאָס,אַז באַהערשונדיק די שפּראך עברית האָבן זיי פארהיט די רוסישע שפּראך ביַי זיירע קינדער און אייניקלעך,וואָס זיַינען שוין געבוירן געוואָרן אין ישראל.די סיבות פון אַזאַ לאַנגן פּראָעס פון אינטעגראַציע זיַינען אין דער ערשטער ריַי פארבונדן מיט דער נעגאַטיווער באַציונג צו זיי פון די מאַכטן און פון פערשידענע שיכטן פון דער אָרטיקער באַפעלקערונג מיט מער נידעריקער בילדונג און קולטור.און כאָטש דער פּראָצעס פון דעם שטעלצ-קעסל וועט זיך זייער פאַרציען ,נאָר ער גייט און אין דעם איז א גרויסער אונטערשיעד אין פאַרגלייך צו דער אַבסארבציע פון אַראַבן אין אַמעריקע און יעווראָפּע. זי עליה האָט אריַינגעטראָגן א וויכטיקן ביַיטראג אין דעם היַינטציַיטיקן צושטאַנד פון ישראל- אַנטוויקלט די מאָדערנע ישראַלדיקע ווירטשאַפט,עקאָנאמיק, מעדיצין,קולטור.נאָר אין דער זעלבער צייט, איז זייער וויסנשאַפטלעכער און אינטעלעקטואַלער פּאָטענציאַל אויסגענוצט זייער שוואַך-אין דקר ערשטער ריַי די רוסישקע דאָקטוירים, אינזשענערן, געלערנטע.און דאָס האָט געבראַכט צו דעם ,אַז אַ טייל פון זיי האָט פאַרלאָזט ישראל , און דאָס זיַינען געווען סאָמע געבילדעטע און פעיקע מענטשן ,וואָס ארבעטן איצט אין די פירנדיקע וויסענשאַפטלעכע צענטרס פון פשאַ און אַנדערע לענדער.אַזאַ באַציונג האָט אויך כמעט אָפּגעשטעלט די וויַיטערדיקע עליאה פונעם געוועזענעם ראַטנפאַרבאַנד אין וועלכער איז ישראל זייער פאַראינטערעסירט.די מענטשן,וואָס זיַינען געקומען קיַין ישראל האָבן אויך געהאַט א האָפענונג נישט נאָר זיך גוט איַינארדענען, נאָר אויך געבן זייערע קינדער אַ גוט בילדונג ,בעסער ווי אין רוסלאַנד און אין די געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן.נאָר פון 1989 יאָר זיַינען געקומען קיַין ישראל פון דעם געוועזענעם ראַטנפאַרבאַנד בערעך אַ פערטל פון זיין באפעלקערונג –צווישן זיי % 15.4 פון ארביַיטפעיקע מענטשן אין לאנד.פון די געקומענע,נאר % 0.8 פארנעמען אָנפירנדיקע שטעלעס אין מלחישע סטרוקטורעס,אין דער פאליציַי האָבן זיי 3.7% בככל און אויף פירנדיקע שטעלעס נאר 0.2% ביפרט.אין מיסרד החוץ איז זייער צאל -0.5% ,אין מיניסטעריום פון פארטיידיגונג און אין ספעציעל דינסטן -1.1% , און אין דער אָנפירונג דאָ 0% .אין «ביטואך לעומי» צווישן דער אָנפירונג פאַרנעמען זיי 0% שטעלעס.וואָס קען מען דאָ זאָגן.דאָס איז א קלאָרער בילד פון דיסקרימינאַציע אויב נעמען אין אַכטונג די הויכע בילדונג און די קענטיסן פון די מענטשן און דאס,וואס די מלחישע שפראך האָבן זיי אין מערסטן גוט באַהערשט. די ארביַיטלאזיקיַיט באַטראָגט צווישן די רעפּאַטריאַנטן -9.3% און צווישן ישראלימ 7.4%. און מע דאַף נאָך נעמען אין אַכטונג אַז די עלים פאַרנעמען די נישטפּראָפילע ערטער.אויב די מיטלסטע לוינפּרייז ביַי די צברים באַטראָגט 7766 שקלים,איז זי ביַי די» רוסישע עלים» 5317 שקל. 44.3% פון די עלים האָבן הויך בילדונג(דאס איז אין 2 מאָל מער ווי ביַי די צברים),נאָר פאַר זיי איז כמעט נישט מעגלעך באַקומען ארביַיט לויט זייער פאך.און וואָס העכער איז די שטעלע, איז די מעגלעכקיַיט באַקומען זי קלענערער,וויַיל צו די ערטער דערלאָזט מען נישט די מענטשן פון די עלים.נאָר 4.4% פון הויכע אַדמיניסטראַטיווע שטעלעס פאַרנעמען זיי. עס איז פאַראַן א פּאָפּוליאַרער אַרויסזאָג « אין ישראל האָט מען ליב די עליה און מע האָט פיַינט די עלים».ביַי די 70 טויזנט משפחות האָט זיך נישט איַינגעגעבן צו קויפן דירות און די, וואָס האָבן שוין געקויפט, קענען נישט אויסצאָלן דעם וואַקסנדיקן חוב ביַי די באַנקן. דאָס לאַנד נישט קוקנדיק אויף זיַין אַנטוויקלונג באַזאָרגט נישט מיט אַרבעט די פאַכמענטשן.פון הונדערט טויזנט אָנגעקומענע אינזשענערן אַרבעט לויט זייער פאַך האָבן נאָר ביַי די צען טויזנט, פון 14000 געלערנטע זיַינען טעטיק נאָר 2000 ,פון 50000 פּעדאַגאָגן זיַינען פאַרנעמען מיט אַזאַ אַרבעט נאָר 2000 .און עס העלפן נישט די קענטניסן אין דער שפראַך עברית,נישט די הויכע קוואַליפיקאַציע.דאָס האָט שוין געבראַכט צו אַזאַ סך הכל,אַז וויפל איז געקומען אין פאָריקן יאָר אין לאַנד ,אַזוי פיל איז אַוועקגעפאָרן אין אַנדערע לענדער. פון די געראַטעוועטע אין השואה 327 טויזנט מענטשן, זכנים,וואָס לעבן אין ישראל איצט, א האַלב איז געקומען קיַין ישראל מיטן אָנהייב פון דער רוסישער עליה און אַ האַלב פון זיי לעבן אין אַ גרויסער אָרעמקיַיט.זיי האָבן נישט קיַין מעגלעכקיַיט סיַי קויפן עסנוואַרג און סיַי רעפות,אין די קאַלטע ווינטער-טעג האָבן זיי נישט קיַין מיטלען אויף דערוואַרעמען זייערע צימערן.צווישן די מענטשן זיַינען פאַראַן געוועזענע אסירים פון געטאָס און קאָנצלאגערן.דאָס ,וואס איז אויסגעפאַלן אויף זייערע קינדערישע און יוגנטלעכע יאָרן, דאָס וואָס זיי האָבן איבערגעלעבט און איבערגעטראָגן איז אַ שרעקלעכע זאַך.חוץ נישט קיין גרויסער הילף פון דיַיטשלאנד באַקומען זיי פון ישראל קיַין שום הילף.נישט לאַנג צוריק האָבן די מענטשן דורבגעפירט אַ דעמאָנסטראַציע ביַים כנסעט מיט א פאָדערונג באַקומען אַן אָפיציעלן סטאַטוס פון דער מדינה,וואָס זאָל פארטיַידיקן זייערע אינטערעסן און מאַכן גרינגער זייער לעבן. פאַרשטייט זיך ,אַז דער מעדינה,וואָס האָט באַקומען אַ פרעכטיקע מתנה אַ דאַנק דער געבענטשטער עליה מיט אַזאַ גרויסער צאל פון הויכגעבילדעטע און פעיקע פאכמענטשן האָט געדאַפט אויסניצן דאָס אין דער גרעסטער מאָס.נאָר...,די געקומענע מענטשן האָט מען אויסגענוצט אין מערסטן ווי באַהילפאַרביַיטער.דער טירוץ ,אַז די מענטשן זיַינען נישט גרייט פאַר ארבעט אין ישראל פאַלט אָפּ,וויַיל עס איז שוין אַוועקגעגאַן גענוג ציַיט פון דעם אנהיַיב פון דער מאסן-עליה.דער בילד פון די באציונגען צו די ניַיגעקומענע איז ענלעך ווי אין די ערטער,ווו זיי האָבן פרירער געלעבט,דאָרט זיַינען זיי געווען פרעמדע ווי ייִדן און אין ישראל פרעמדע ווי» רוסן». אין פאַרבינדונג מיט פילצאָליקע באַפריַיונגען פון שוללערערס- רעפּאַטריאַנטן איז געווען דורכגעפירט א ספּעציאַלע זיטצונג אין קנעסעט פון דער פּאַרלאַמענטס קאָמיסיע פון בילדונג.די פאַרטרעטערן פונעם מיניסטר פון אבסאָרבציע מאַרינאַ סאָלאָדקינא האָט אונטערגעציַיכנעט אין איר אַרויסטרעטונג,אז אין דער ערשטער ריי נעמט מען ארופ פון דער ארבעט די לערערס ביי וועלכע איז די בילדונג און קוואליטעט העכער ווי ביי די ארטיקע לערערס אין פיזיק,מאטעמאטיק,כימיע. עס עקזיסטירט אויך א דיסקרימינאציע אין אויסצאלן לוין פרייז און אין אויסניצונג די ארבייט פון עלים.דא ניצן אויס די ארבייט געבערס דעם מצב פון גרויסער ארבייטלאזיקייט און נישט גענוגע קענטניסן פון די רעפאטריאנטן אין ארבייטער געזעץ פון ישראל. מע דאף וויסן אז דער ערפאלג אין אנטוויקלונג פון די הויכע טעכנאלאגיעס אין לאנד(אין עלעקטראניק און אין די טעכנאלאגיעס,פארבונדענע מיטן קאסמאס איז דער בייטראג פון די « רוסישע» געלערנטע און אינזשענערן אין ישראל זייער גרויס.דאס איז פארבונדן מיט די פאדערונגען צו אזוינער ארבעט-פינקלעכקייט,געדולד ,איינזיצונגקייט מיט גוטע פאכקענטניסן און מיט זייער הסקמה אויספילן די ארבעט פאר א נידעריקער פרייז. פון דער ארטיקער פאליציי,פון באזונדערע ראדיקאלע רעליגיזע קרייזן,פון ארטיקע מאכטן ,אין א ריי פרעסע-אויסגאבעס אפט מאל באווייזן זיך אפענע מאטעריאלן,ווו מע באשולדיקט די רוסישע יידן איו אנטיסעמיטיזם,אין שינה צום יידישן פאלק אין ברוטאלע פארברעכונגען.מע פרוווט אפילו אויפשטעלן קעגן זיי דעם פאלק פון ישראל. אין אט די באדינגונגען נעמענדיק אין אכטונג די דיסקרימינאציע פון די רעפאטריאנטן איז עטלעכע חדושים צוריק געגרינדעט געווארן
צו דער רשימה פון ארטיקלען
פאטאגראפיעס