אינטערנעט אויף ייִדיש

אינטערנעט אויף ייִדיש

אַלעקסאַנדר ווישנעוועצקי

Published in Lebens Fragen Journal in 2005,November-December

נישט לאַנג צוריק האָב איך געזען אַ טעלעוויזיע –פילם « בריווטרעגער» ,וווּ עס איז געוויזנ געוואָרן די וויכטיקסטע ראָל פון קאָמוניקאַציעס אין לעבן פון מענטשן.לויט דעם פאַנטאַסטישן סיוזשעט פונעם פילם, זיַינען דורך א נוקלעאַרער קאַטאַסטראָפע פאַרניכטעט די פ.ש.אַ, ווי אַ מדינה.די געבליבענע לעבעדיק מענטשן וווינען אין זייערע שטעט אינגאנצן איזאָלירט , נישט האָבנדיק קיַין שום פאַרבינדונג מיט אַנדערע שטעט.אויף די איזאָלירטע שטעט פאַלן אָן גזלנים און טעראָריזירן די באַפעלקערונג. און נאָר דאָס אויפשטעלן די פאָשט-פאַרבינדונג גיט א מעגלעכקיַיט צו פאַרבונדן די שטעט פון דער צעפאַלענער מדינה און סוף כל סוף אויפשטעלן דאָס לאַנד. זיך פאָרשטעלן די היַינטיקע וועלט אָן קאָמוניקאַציעס,אָן פאַרבינדונג-טעכניק איז אונמעגלעך.און איינע פון די וויכטיקסטע ראָלן שפּילט אין דער היַינטציַיטיקיַיט דער אינטערנעט מיט זיַינע אונגרענצלעכע מעגלעכקיַיטן צו אויפשטעלן עקסטרעמאַל שנעלע פאַרבינדונגען צווישן מענטשן. אינטערנעט- די אַלוועלטלעכע סיסטעם פון אינפאָרמאַציע, וואָס האָט טאַטזעכלעך דערברייטערט די מעגליכקיַיטן פון ציַיטונגען, זשורנאַלן, ביכער און אפילו פון טעלעוויזיע. דאָס,וואָס מע קען היַינט געפונען אין אינטערנעט, איז אַזוי פילזיַיטיק און ריַיך, אַז עס גיט אַ מעגלעכקיַיט צו באַזאָרגן מיט אינפאָרמאַציע- נויטווענדיקיַיטן פאַר מענטשן פון פערשידענע - אינטערעסן, שפּראַכן, געביעטן פון וויסנשאַפט, קולטור,עקאָנאָמיק און ז.וו. באַקומען דאָס אַלץ איז נישט שווער און קיַין גרויסע געלטן דאַף מען נישט צאָלן פאַר דעם. פאַרשטייט זיך,אַז אַרבעטן אין אינטערנעט קען מען נאָר האָבנדיק אַ קאָמפּיוטער,וואָס איז איַינגעשלאָסן צו דער אינטערנעט- נעץ . אין אינטערנעט איז זייער גרינג אָונשריַיבן און באַקומען אַ בריוו, שמועסן מיט נאָענטע מענטשן אין פערשידענע לענדער,נישט צאָלנדיק פאַר דעם קיַין געלט (דאָס איז , למשל, מעגלעך, אויסניצנדיק די פּראָגראם Skype,און דערביַי נאָך זייען דעמ שמועסדיקן אויפן גרונט פון דער פּראָגראַם MSN Messenger ,אויסהערן די ראדיאָ-ניַיס פון אַלע עקן פון דער וועלט אויף פערשידענע שפּראַכן,זייען די טעלעוויזיע ניַיס,וואָס גיבן זיך איבער אין פערשידענע לענדער,ליַיענען ביכער,נעמען אַן אָנטייל און ארויסזאָגן דאָס אייגענע מיינונג אין פילצאָליקע פאָרומס אויף אונצאָליקע טעמעס און שפּראַכן- נאָר דאָס אלץ איז נאָר אַ חלק פון די מעגלעכקיַיטן פון אינטערנעט,וואָס ווערן ברייטער און ברייטער מיט יעדן טאָג. די ניַיע מעגלעכקיַיט אין ישראל באַקומען דורך אינטערנעט פערשידענע אינפארמאַציע מיט דער שנעלקיַיט אין 5 מעגאַביט אין אַ סעקונדע (מביט/ס) באַטיַיט די מעגלעכקיַיט פון אַן עמפּפאַנג פון טעלעוויזיע און ווידעאָ מיט אַ הויכן קוואַליטעט אין רעאַלער צייַט .און נישט צופעליק איז דאָס,אַז אין אַ ריַי לענדער האָט דער אינטערנעט איבערגעיאָגט די טעלעוויזיע אין פּאָפּוליאַריטעט. לאָמיר שטעלן אַ קאָנקרעטע פראַגע, צי קען אינטערנעט העלפן אויפשטעלן דעם פאַלנדיקן אינטערעס צו ייִדיש? אויף דער פראַגע קען מען ענטפערן פּאָזיטיוו.נאָר, אין אַ גרויסער מאָס איז דאָס פאַרבונדן מיט דעם עלטערן רור פון ייִדן,וואָס איז אויף היַינטיקן טאָג די וויכטיקסטע טייל פון די שפּראַכטרעגערס פון ייִדיש .די פּראָבלע איז אין דעם,אַז די מעננטשן האָבן נישט באַהערשט אין מערסטן די קאָמפּיוטער –טעכניק.דער אונטערשיעד מיט דער יוגנט באַשטייט אין דעם ,וואָס זייער לעבן איז דורכגעגאַן אין דער פאָראינטערנעטישער ציַיט.חוץ דעם איז פאַר זיי זייער שווער זיך נעמען באַהערשן עפּעס ניַיס.נאָר פון דער אַנדערער זיַיט, קען פאַר זיי אינטערנעט געבן אַ מעגלעכקיַיט זיך דערפילן יונג און נוצבאַר,צעברייטערן פאַר זיי די באַגרענצטע וועלט פון די כאָסטעלן,פון זייער איזאָלירט לעבן,וואָס איז פאַרבונדן מיטן פאַרלוסט פון זייערע נאָענטע פריַינט. די מיטלען פון אינטערנעט געבן זיי מעגלעכקיַיטן נעמען אַן אַקטיוון אָנטייל אין היַינטציַיטיקן לעבן.עס עקזיסטירט אַ גוטע פאָרם אריַינציען די מענטשן אין אָנטיילנעמונג אין אינטערנעט דורך גרינדונג אינטערנעט-קלובן און גרופּעס.אַז דאָס איז עפעקטיוו באַוויַיזט די פּראַקטיק פון אַ ריַי לענדער-דיַיטשלאנד, פּאָלין, עטלעכע רעגיאָנען פון רוסלכנד.די פּריַיז פאַר באַהערשן די נויטווענדיקע קענטניסן איז דאָ מינימאַל,און ווי אינסטרוקטאָרס קען מען אין די קלובן אויסניצן שילערס און סטודענטן.חוץ דעם כמעט אין יעדער ייִדישער משפחה זיַינען פאַראַן קאָמפּיוטערס און מע ניצט אויס אינטערנעט, און עס איז פאַראַן אַ מעגלעכקיַיט צו באַהערשן די נויטווענדיקע קענטניסן מיט דער הילף פון יונגע קרובים. די ייִדישע וועלט האָט היַינט באַקומען ניַיע וויכטיקע מעגלעכקיַיטן אין דעם,וואָס איז פאַרבונדן מיט ייִדיש.מיר קענען געפונען אין אינטערנעט און לייענען דאָרטן הונדערטער ביכער אויף ייִדידיש(1 )*, קענען אויסהערן די יעדנטאָגיקע איבערגעבונגען אויף ייִדיש פון ישראל (2), אויסהערן אין פּרעכטיקער אויספילונג די ווערק פון דער ייִדישער ליטעראַרישער קלאַסיק (3(. - Google די פּאָפּולערע זוך-סיסטעם האָט אַריַינגעפירט ייִדיש אין דער רשימע פון אירע וועלטשפּראַכן און אין דער סיסטעם זיַינען פילצאָליקע זיַיטלעך אויסגעטיילט פאַר ייִדיש (4). אין אינטערנעט עקזיסטירט אַ פריַיע פילשפּראַכיקע ענציקלאפּעדיע, אין וועלכער קען יעדער מענטש אָנשריַיבן אַ ניַיעם אַרטיקל ,אָדער ענדערן אַן אַלטן.און אויב,למשל, אין דער רוסישער ווערסיע איז פאַראַן 34346 אַרטיקלען ,איז אין דער ייִדישער)5( פאַראַן נאָר 160 אַרטיקלן, און אין אַ ריַי פון די אַרטיקלען אויף ייִדיש האָט כמעט נישטו קיַין שום אינפאָרמאָציע-אינהאַלט.איך ווענד זיך צו אַלע לייענער פון «לעבנס-פראַגן» העלפן צו אויפשטעלן אַ פּרעכטיקע ייִדישע ענציקלאָפּעדיע. עס וואָלט אויך געווען גוט צו האָבן ביַי ייִדישע אויסגאַבעס,ווי למשל » לעבנס-פראַגן» אן אָפיציעלן סיַיט אין אינטערנעט.אַזאַ פּרעכטיקן סיַיט האָט,צום ביַישפּיל, דער ייִדישער «פאָרווערטס»(6 ) .נאָר צו דעם וואָלט מען געדאַפט געפונען מענטשן, וואָס זיַינען גרייט העלפן מיט געלט צו גרינדן אַן ענלעכן סיַיט פאַר» לעבנס-פראַגן» . דאָס אַנטוויקלונג פון דעם ייִדישן אינטערנעט איז ענג פאַרבונדן מיט אונז,מיט אונזערע שטרעבונגען צו פאַרהיטן די שפּראַך.

*)מיט די ציפערן זיַֹינען באַציַיכנעט די עלעקטראָנישע אַדרעסן פון די אָנגערופענע טעמעס אין אינטערנעט,וואָס מיר ברענגען זיי דאָ:

http://www.literatur-des-judentums.de/jd/templates/template.xml?Sprache=de&js=yes&Skript=Home/

http://www.jewishwebcasting.com/CATEGORY%20-%20YIDDISH.htm/

http://www.ibiblio.org/yiddish/library/

http://www.google.com/intl/

http://yi.wikipedia.org/wiki

http://yiddish.forward.com/


א היימיש זייטל

צו דער רשימה פון ארטיקלען פאטאגראפיעס
 

Hosted by uCoz