מיַין אייגן שטעטל טשעטשעלניק
מיַין אייגן שטעטל טשעטשעלניק
אַלעקסאַנדר ווישנעוועצקי
This article was published in the issue "Novosti Nedeli" 18 December 2005 H6>
די לעצטע ציַיט האָב אַיך איבערגעקוקט אין אינטערנעט אויף רוסיש און אוקראַיניש אַלץ ,וואָס איז פאַרבונדן מיט מיַין אייגן שטעטל טשעטשעלניק און איך בין געווען שטאַרק אופגעבראַכט מיט דער אָפיציעלער אינפאָרמאַציע ,וואָס איז פאָרגעשטעלט אויפן « וויניצער רעגיאָנאַלן פּאָרטאַל» www.portal.vinnitsa.com דער פּאָרטאַל האַלט אין זיך פילצאָליקע אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן דעם שטעטל,נאָר עס איז נישט פאַראַן קיַין איין וואָרט וועגן ייִדן,כאָטש די גאַנצע פינף הונדערט יאָריקע געשיכטע פון דעם שטעטל איז פאַרבונדן מיט ייִדן.למשל,אין 1939 יאָר האָבן דאָ געלעבט 1327 ייִדן,וואָס האָט באטראָגן 66 % פון דער אַלגעמיַינער באַפעלקערונג .פאַר וואָס גליסט זיך אַזוי פארשוויַיגן אונזער טראַגישע געשיכטע? די טענדענציע האָט אן אָרט אין פערשידענע לענדער און איז ענג פאַרבונדן מיט דעם וואַקסנדיקן אַנטיסעמיטיזם און דער שינאה צו ייִדן.אין דער ערשטער ריַי טוט מען אלץ,כּדי צו פארשוויַיגן די השואה.מיר טאָרן דאָס נישט דערלאָזן און זיך קעגנשטעלן די פאַרביסענע שונאים,וואָס ווילן דורך דעם פארשוויַיגונג פון דער השואה ווידער פאַרגיסן אַ ים מיט ייִדיש בלוט. כּמעט 60 יָאר איז שוין אַוועקגעגאַן נאָך דעם פאַרענדיקונג פון דער צווייטער וועלט-מלחמה.עס איז פאַרבליבן זייער וועניק ייִדן,וואַס נישט קוקנדיק אויף די שרעקלעכע באַדינגונגען אין די קאָנצלאַגערן און געטאָס ,האָבן דערלעבט ביז היַינטיקע טעג . מיר, געוועזענע אַסירים פון געטאָס און קאָנצלאַגערן ,מוזן נאָך און נאָך אַ מאָל דערציילן וועגן אונזערע שטעטלך,וועגן דער קאַטאַסטראָפע אין זיי .און אין דער ערשטער ריַי דאַרף וועגן דעם וויסן די ייִדישע באַפעלקערונג אין דער גאָרער וועלט און קיינמאָל נישט פאַרגעסן וועגן דעם. איך בין געבוירן געוואָרן אין שטעטל טשעטשעלניק אין וויניצער געגנט אין אוקראַינע אין 1938 יָאר.דאָ אין די טראַגישע און שרעקלעכע מלחמה-יאָרן בין איך געווען אין געטאָ און נאָך דער באפריַיונג מיט דער סאָוועטישער אָרמיי נאָך געלעבט אין שטעטל ביזן 1954 יאָר.דאָס שטעטל האָט פאָרגעשטעלט מיט זיך אין יענע יאָרן אַן אָרט,וווּ דאָס לעבן האָט זיך געפירט לויט די ייִדישע טראַדיציעס ,וואָס האָבן דאָ עקזיסטירט אין משך פון הונדערטער יאָרן.די ייִדישע בעלי-מלוכת פון דעמ שטעטל האָבן באַדינט די נאָענטע אוקראַינישע דערפער און פון דעמ געלעבט.די הויפּטשפּראַך אין שטעטל איז געווען ייִדיש און אַפילו קליַינע קינדער האַבן גערעדט אויף ייִדיש.אין די נאָענטע ייִדישע שמעטלעך האָבן די ייִדן פון אונזער שטעטל געהאַט א צונאָמען «טשעטשעלניקער משוגעים» .נאָר דער איינציקער אמת מעשוגענער איז געהאַרגעט געוואָרן אין די ערשטע טעג פון דער פאַשיסטישער אָקופּאציע,ווען ער איז אַרומגעלאָפן איבערן שטעטל און האָט געשריגן « מאַמע,מאַמע, די דיַיטשן זיַינען ליַיטישע מענטשן» , און פאַר דעם האָט ער פאַרדינט פון זיי אַ קןיל. אין דעם שטעטל האָבן געלעבט פילצאָליקע דורות פון מיַין טאטנס צד.ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן די מלחמה האָבן מיר זיך געפּרוּווט עוואַקוירן,נאָר אַ דיַיטשישער דעסאַנט האָט אונז אפּגעשניטן דעם וועג.צוריק אַהיים האָט זיך אונזער משפּחה אומגעקערט דורך אַ דאַרף פּאָקאָטילאָוואָ אין קיראָוואָגראַדער געגנט,וווּ עס האָט געלעבט דער מאַמעס טאטע און אירע צוויי שוועסטערס מיט זייערע משפחות.זיי האָבן פאָרגעלייגט מיַין טאַטן בליַיבן מיט זיי אין פּאָקאָטילאָוואָ.נאָר ער האָט זיך אָפּגעזאַגט און דאָס האָט אונז געראַטעוועט.שוין נאָך דעם באַפריַיונג פון די נאַצים האָבן מיר זיך דערוווּסט,אַז אַלע קרובים פון דער מאמע זיַינען מיט די פאַשיסטישע רצחים פאַרניכטעט געוואָרן. איבער אַ חודש נאָכן אָנהיַיב פון דער מלחמה איז דאָס שטעטל געווען פאַרכאַפּט מיט די אָקופּאַנטן און שוין גאַנץ אינדערפרי אויפן צווייטן טאָג האָבן זיי מיט שיסעריַי אַרויסגעטריבן די מענטשן פון די שטיבער מיט דער ציל זיי צעשיסן. נאָר עפּעס א מיליטערמאַן,וואָס איז צו דער ציַיט אָנגעקומען, האָט פאַרבאָטן דאָס צו טאָן.פון יענער ציַיט עקזיסטירט אַ לעגענדע אַז דער מיליטערמאַן איז געווען א פּארטיזאַן.די דיַיטישע און רומענישע מיליטער מיט דער הילף פון אוקראַינישע פּאָליציַיען און עטלעכע ייִדישע פאַרעטער האָבן געראַבעוועט,געהאַרגעט,אַרויסגעטריבן מענטשן פון זייערע הייזער.צום סוף אַווגוסט האָבן די דיַיטשן פארלאָזט דאָס שטעטל און עס איז איבערגעגאן אונטערן קאָנטראל פון די רומענישע זאָלנער.די גאַנצע טעריטאָריע צווישן די טיַיכן בוג און דנעסטר און פון מאָגיליאָוו-פּאָדאָלסק ביז דעם שוואַרצן ים איז געווען אפּגעגעבן די רומענען און האָט באַקומען אַ נאָמען –טראַנסניסטריאַ.אַהער זיַינען אריַינגעגאַן אַ טייל פון דער וויניצער, די אָדעסער און ניקאליַיעווער געגנטן.פאַר דער מלחמה האָבן דאָ געלעבט 300 טויזנט ייִדן,185 טויזנט פון זיי זיַינען געווען פאַרניכטעט מיט די דיַיטישע און רומענישע זאָלנער. די רומענער האָבן מיט גרויסער שנעלקיַיט צונויפגעטריבן קיַין טראַנסניסטריע ייִדן פון רומעניע און מאָלדאַוויע .די שטעטלעך,וואָס זיַינען געווען אין דער רומענישער זאָנע זיַינען געווען איבערגעפולט מיט פלטים .דער שרעקלעך, קאַלטער ווינטער פונעם 1941-1942 יאָר,דער הונגער,די גרויסע ענגשאַפט אין די שטיבער האָבן געבראַכט צו עפּידעמיעס פון טיפוס און דיזענטעריע .מיַין מאַמע האָט אין 1933 יאָר פאַרענדיקט אַ מעדיצינישן טעכניקום אין גיַיסין( וווּ דאָס לערנען האָט זיך געפירט אויף ייִדיש) און אפילו זיַיענדיק אין געטאָ האָט זי געאַרבעט אין קראַנק-הויז.זי האָט מיר אָפט מאָל דערציילט,אַז די שטאַרבלעכקיַיט האָט געהאַט דאָ אַ מאַסן כאַראַקטער,באַזונדערס צווישן ייִדן- פלטים.די דיַיטשישע רצחים האָבן זיך אויך פּעריאָדיש אַריַינגעריסן אין שטעטל און געהאַרגעט ייִדן .דעם יעדנטאָגיקן טעראָר האָבן דורכגעפירט די אוקראַינישע פאַרעטער-נאַציאָנאַליסטן. איינע פון די שרעקלעכע זייטלעך ,וואָס איז פאַרבונדן מיט זיי איז געווען דער פרוּוו אויסהאַרגעווען די ייִדן פונעמם שטעטל מיט דער הילף פון אַ פּראָוואָקאַציע .זי איז באַשטאַנען אין דעם,אַז איינער פון די פּאָליציַיען, פּאַוועל גנידאַ, האָט געהאַרגעט אויף דער חתונה פון זיַין טאָכטער דעם אונטערהעלפער פונעם קאָמענדאַנט פון דער רומענישער זשאַנדאַרמעריע אין שטעטל, און נאָך דעם האָט ער געפּרוּווט אונטערוואַרפן דעמ קערפּער פון דעמ געהאַרגעטן אין דער ייִדישער געטאָ. צום גליק האָבן די רומענער אים געפּאַקט,ווען ער האָט דאָס געטאָן און צעשאָסן אימ און אַנדערע פּאָליציַיען ,וואָס זיַינען געווען אויף דער חתונה. אין מיַינע ערינערונגען פון א קליין קינד אין יענע יאָרן איז פארבליבן אַ געפיל פון פּחד,קעלט,הונגער און אַ איסטערישער געלעכטער פון דער מאַמע אין סאַמע סכּנישע און שרעקלעכע מאַמענט.אַפט מאָל אין אזוינע טעג האָט זיך אונזער משפחה געבאָלטן אָדער אין א קעלער,אָדער ביַי די אוקראַינער מיט וועלכע זיַינען די עלטערן געווען אין גוטע באַציונגען.דאָס איז געווען פאַרבונדן מיט צוויי סיבות.די ערשטע - מיט דעם אַז פונעמ 1935 יאַר און ביז דעם 1954 יאַר האָט ביַי אונז געלעבט אַ אוקראַינישע פרוי, אַנאַ בויקאָ, און זי האָט זיך אפּגעזאָגט פאַרלאָזן אונזער משפחה, אפילו ווען מע האָט זי געקענט האַרגענען צוזאַמען מיט אונז.די צווייטע סיבה איז געווען פאַרבונדן מיט דעם אַז די עלטערן זיַינען געווען פּרעכטיקע פאַכמענטשן –דער טאַטע ווי אַ פּאַריקמאַכער און די מאַמע ווי אַ קראַנקשוועסטער און זייער אַווטאָריטעט אין שטעטל און אין די אַרומיקע אוקראַינישע דערפער איז געווען הויך.און נישט קוקנדיק אויף דעם, האָבן זיי גענערעקט און כויזעקגעמאַכט סיַי די דיַיטשן, סיַי די רומענער,סיַי די אוקראַינישע פּאָליציַיען און דאָס לעבן ביַי זיי איז געווען אין אַ שטענדיקער סכּנה.צוויי שוועסטערקינדער פונעם טאַטן האָבן פארלוירן זייער געזונט און געשטאָרבן נאָכדעם נאָך נישט זיַינדיק אַלט .איינער איז געווען געצווונגענערהיַיט אָפּגעשיקט קיַין ניקאָלאַיעוו אויף די שיפבוי-ווערפן אויף 3 חודשים און דעם צווייטן האָבן די פּאָליציַיען געשלאָגן אַזוי אַז אויפן גאַנצן לעבן איז ער געבליבן אַ שטאַמלער. די האָפענונג אויף ראַטעווען דאָס לעבן איז כּמעט נישט געווען,כאָטש אין שטעטל האָט עקזיסטירט אַן אונטערערדישע ייִדישע גרופּע און נישט וויַיט אין די וועלדער זיַינען געווען פּארטיזאַנען.נאָר באַטראַכטנדיק די סיטואַציע פון אַן אַנדערער זיַיט קען מען זאָגן אַז אונז האָט געגליקט,וויַיל אין דער דיַיטשישער אָקופּירטער זאָנע פון וויניצער געגנט איז קיינער נישט געבליבן לעבן פון יִידן. דעם 17 מערץ 1944 יאָר איז דאָס שטעטל געווען באַפריַיט.די לעבעדיק געבליבענע מענטשן איז נאָך פאָרגעשטאַנען איבערלעבו דעם הונגער אין 1947-1948 יאָרן אין אוקראַינע . די השואה, דער הונגער,דער אַנטיסעמיטיזם, נישט די לאָיאַלע באַציונגען פון די מאַכטן,דאָס ווילונג פון די ייִדישע משפחות פאַרלאזן די ערטער פון מאַסן-ייִדישן גענאָציד און איבערפאָרן קיַין גרויסע שטעט כּדי גיבן דאָרט די קינדער הויכבילדונג האָבן געבראַכט צו דעמ, אַז דאָס ייִדישע לעבן האָט זיך פאַרענדיקט אין אַזוינע שטעטלעך ווי טשעטשעלניק.די עלייה און די עמיגראַציע פון דער צעפאַלענער סאָוועטישער אימפּעריע האָבן דערפירט דעם פּראָצעס כּמעט צום סוף.ווי אַ ייִדיש שטעטל עקזיסטירט שוין נישט טשעטשעלניק,קיַין ייִדן זיַינען דאָרט נישט פאַרבליבן. מיַין וויַיטער לעבן שוין אין טאַשקענט האָט מיר נישט איין מאָל דערמאָנט וועגן מיַין זיַין אין געטאָ.די סאָוועטישע מאַכטן האָבן ביז די 70 –ע יאָרן פונעם 20 יאָרהונדערט זיך באַציעט צו די ייִדן פון געטאָס ווי צו פאַרעטער פון היימלאנד.איך האָב גוט פאַרגעדענקט די פילצאָליקע אַנקעטן מיט אזוינע פראַגעס «וווּ זיַיט איר געווען אין די מלחמה –יאָרן»?-ביַים אריַינטרעטן אין הויכשול,ביַי זיך איַינארדנען אויף אַרבעט. די ציַיט לויפט און איצט שוין אין ירושלים לויט מיַינער געזעלשאַפטלעכער אַרבעט אין דער אָנפירונג פון דער אַלגעמיַינער ישראַלדיקער אָרגאַניזאַציע פון די איבערגעלעבטע די השואה האָב איך באַקומען אַ מעגלעכקיַיט מיט עפּעס צו העלפן די געוועזענע אסירים פון געטאָס און דאָס זיַינען אין מערסטן די ייִדן פון די שטעטלעך אין אוקראַינע,מאָלדאַוויע, וויַיסרוסלאנד.ייִדן פון מיַין אייגן שטעטל האָבן זיך באַזעצט אין פערשידענע לענדער און מער פון אַלץ אין ישראל און אַמעריקע.און זאָל זיי אַלע גליקן!
צו דער רשימה פון ארטיקלען
פאטאגראפיעס