אַנטיסעמיטישע דראָונגען אין אוקראַינע

אַנטיסעמיטישע דראָונגען אין אוקראַינע

אַלעקסאַנדר ווישנעוועצקי

Published in Lebens Fragen Journal in 2005, November-December

פאַר הונדערטער טויזנטער ייִדן אין ישראל,פ.ש.אַ. און אַנדערע לענדער איז אוקראַינע דאָס לאַנד פונוואַנען זיי שטאַמען,וווּ זיי זיַינען געוואַקסן און דערצויגן געוואָרן,וווּ זיי האָבן איַינציַיטיק מיט דער ייִדישער זעלבסטאידענטיפיקאַציע זיך געפונען אונטער אַ גרויסער השפּעה פון דער אוקראַינישער שפּראַך ,קולטור,ווירקלעכקייט.פאַר די מענטשן פאַרבליַיבט ווי אַ וויכטיק זיַיטל פון זייער וויַיטערן לעבן אַלץ ,וואָס איז פאַרבונדן מיט אוקראַינע, עס בליַיבן נאָך דאָרט ביַי זיי קרובים,באַקאַנטע,פריַינט. אַ גרויסן איַינדרוק נישט נאָר אויף די מענטשן ,נאָר אויך בכלל אויף דער באַפעלקערונג פון דער וועלט האָבן געהאַט די פּרעזידענטישע אויסוואַלן אין אוקראַינע, אין וועלכע זיַינען אויסגעניצט געווארן פּראָוואָקאַטאָרישע אינפאָרמאַציע-טעכנאָלאגיעס מיט ביידע קאָנקורענטישע צדים,איַינשליסנדיק פראַגעס,וואָס זיַינען פאַרבונדן מיט צווישנפעלקערלעכע פאַרבינדונגען. אַנטיסעמיטישע אַרויסטרעטונגען זיַינען געווען ריַיך פאָרגעשטעלט אין דער קאַמפּף סיַי פון דער זיַיט פון דער מאַכט –קאָמאנד בראש מיט וויקטאר יאַנוקאָוויטש, סיי פון דער אָפּאָזיציע בראש מיט וויקטאָר יושטשענקאָ. די וויכטיקסטע ראָל אין דער אַנטיסעמיטישער העצע אין די לעצטע יאָרן שפּילט די צווישנרעגיאָנאַלע אַקאַדעמיע פון אָנפירונג מיטן פּערסאָנאַל (צ.א.אָ.פּ.)-דאָס איז אַ פּריוואַטער אינסטיטוט,וואָס פאַרנעמט זיך מיט לערנען צענדליקער טויזנטער סטודענטן אין פערשידענע שטעט פון אוקראַינע. צ.א.אָ.פּ.קאנטראָלירט אַ ריַי וויכטיקע און פּאפּולערע אויסגאַבעס סיַי פון ציַיטונגען ,סיי פון זשורנאַלן,סיַי פון ביכער.אונטער דער שטיצע פון די געוועזענע מאַכטן און אין אַן ענגער פאַרבינדונג מיט אַנטיסעמיטישע אַראַבישע קריַיזן פירט די אַקאַדעמיע פון 2002 יאָר אַן אַנטיסעמיטישע און אַן אַנטיסיאָניסטישע פּראָפּאָגאַנדע אין אוקראַינע.דער אָנפירער פון דער קאָמפּאַניע קעגן ייִדן איז דער פּרעזידענט פון דער אַקאַדעמיע ג.שטשעקין.די טעטיקיַיט פון דער אַקאַדעמיע איז פינאַנסירט מיט ליוויע,מיט אַ ריַי אַראַבישע אָרגאַניזאַציעס אין פערשידענע לענדער.די פאָרשטעלערס פון דער אַקאַדעמיע ניצן אויס אין זייר טעטיקיַיט די פאַשיסטישע באַשולדיקונגען קעגן ייִדן. למשל, דער פּראָפעסאָר פון דער אַקאַדעמיע וואַסילי יאַרעמענקאָ באַשולדיקט די ייִדן און סיאָניסטן אין פאַרניכטונג פונעם אוקראַינישן פאָלק, אין דעם קאָנטראָל איבער דער עקאָנאָמיק און דער פרעסע אין אוקראַינע.יאַרעמענקאָ און אַנדערע פאָרשטעלערס פון צ.א.אָ.פּ. שאעלן פאָר סיאָניזם ווי א פאָרמע פון פאַשיזם.זייערע מאַטעריאַלן דרוקן זיך אין דער פּאָפּולערער אין אוקראינע ציַיטונג» סעלסקיע וועסטי» (דאָרפישע ניַיס).די פּרוּוון פון די ייִדישע און פּראָגרעסיווע קריַיזן אָפּשטעלן די אַנטיסעמיטישע פּראָפּאַגאַנדע האָבן צו גאָרנישט נישט געבראַכט.דאָס איז פאַרבונדן מיט דעם,אַז די פירערס פון אוקראַינע ניצן דאָס אויס אין זייערע אינטערעסן.עס גיט אַ מעגלעכקיַיט אָפּפירן די אופמעערקזאַמקיַיט פון דער באַפעלקערונג פון מער וויכטיקע פּראָבלעמעס און פראַגעס פאַרן פאָלק. און עס וווּנדערט שוין נישט דאָס ,וואָס לויט דעם באַריכט פונעם קאָאָרדינאַציע –פאָרום איבערן קאַמפּף מיט אַנטיסעמיטיזם פאַרן 2004 יאָר פאַרנעמט אוקראַינע דאָס 4-ע אָרט איון דער וועלט לויט דער צאָל פון אַנטיסעמיטישע אינצעדענטן- נאָך פראנקריַיך,ענגלאַנד,רוסלאַנד.אין 2004 יאָר איז פאָרגעקומען אין אוקראַינע 44 אינצעדענטן,וואָס זיַינען געווען פאַרבונדן מיט אָנפאלונגען אויף ייִדן און ייִדישע אָרגאַניזאַציעס ,מיט רוינירונג פון ייִדישע בתיֹ-עולם .אין 2005 יאָר האָט זיך די סיטואַציע נישט פאַרבעסערט.אין יאַנואַר אין סימפעראָפּאָל זיַינען געווען געשלאָגן 16 ייִדן (צווישן זיי 13 קינדער) אויפן צענטראַל-פּלאַץ פון דער שטאָט,וואָס האָבן זיך אומגעקערט פון דעם בית כנסת.אין מערץ און אַפּריל זיַינען געווען אָנפאַלן אויף ייִדן אין קיעוו און זשיטאָמיר. אין אַוגוסט אין קיעוו זיַינען אָנגעפאַלן פאַשיסטיש אָריענטירטע יונגע נאַציאָנאַליסטן אויף 2 תלמידים פון דער אָרטיקער ישיבה.די אָנפאַלערס האָבן אויסגענוצט מעסערס' שטעקענעס.איבער עטלעכע טעג איז פאָרגעקומען אַן אָנפאל אויף אַן ייִדישן בחור און זיַין טאַטן אַ רב. פיל מאָל זיַינען געווען די אָונפאַלן אויף ייִדישע צענטערס, דענקמאַלער, בתיֹ-עולם אין פערשידענע שטעט.די אַנטיסעמיטישע פּובליקאַציעס פאַר אַ יאָר דערגריַיכן עטלעכע הונדערט.אין די פּובליקאַציעס נעמען אַן אָנטיַיל: דער זשורנאַל « פּערסאָנאַל» ,די ציַיטונגען « פּערסאָנאַל-פּליוס ,די ציַיטונג» אוקראַינישע ציַיטונג-פּליוס»,די ציַיטונג» אידעאליסט» און אַנדערע. עס ווערן צעשפּריַיט פלוגבלעטער מיט נעאָנאַצישן אינהאַלט.אויף די ווענט פון געבוידעס קען מען זייער אָפט טרעפן אַנטיסעמיטישע אופשריפטן. די ייִדישע אינסטיטוציעס אויף יעדע אַנטיסעמיטישע ארויסטרעטונג רעאַגירן זייער שאַרף,און אין דעם האָבן זיי אָפט מאָל אַן אונטערהאַלטונג פון די דעמאָקראַטישע אוקראַינישע קריַיזן .שלעכט איז דאָס, אַז די באַפעלקערונג איז פּאסיוו.צום ביַישפּיל,ווען מע האָט דעמ 29 אָוגוסט שרעקלעך געשלאָגן צוויי ישיבה-בוחרים אין קיעוו אין צענטר פון דער שטאָט האָט זיך קיינער נישט אַריַינגעמישט כדי זיי ראַטעווען און אפילו נישט געפּרוּווט העלפן דעם פאַרבלוטיקטן,שווער פאַרווונדערטן ייִדישן בוחר .און נאָר די צוגעלאָפענע תלמידים פון דער ישיבה האָבן געראַטעוועט זייערן חבר. די ווענדונגען צום איצטיקן דעמאָקראַטישן(?) פּרעזידענט יושטשענקאָ פון די ייִדישע קריַיזן פאַרענדיקן זיך מיט זיַינע צוזאָגן פאַרטיַידיקן די מענטשלעכע און נאַציאנאלע רעכט.נאָר דאָס זיַינען נאָר ווערטער. און אָט איז די לעצטע אַנטיסעמיטישע מעלדונג אין «אוקראינישער צייטונג –פליוס » פאַרן 29 אָקטאבער.דאָ באַשולדיקט מען די ייִדן אין צעשטערונג פון דער פּרעזידענטישער מאַכט.עס זיַינען פאַראַן אזוינע אַרויסזאָגנגעון אין אַן אַרטיקל» ווילסט לעבן-טריַיב ארויס די ייִדן » און» אַ זשיד האָט מורא דעם אמת».דער טיראַזש פון דער ציַיטונג 70 טויזנט עקזעמפּליאַרן. מיט וואָס קען זיך דאָס אַלץ ענדיקן?


א היימיש זייטל

צו דער רשימה פון ארטיקלען פאטאגראפיעס
 

Hosted by uCoz