די פאַרשוויַיגונג פון דער השואָה אין ראַטנפארבאַנד
די פאַרשוויַיגונג פון דער השואָה אין ראַטנפארבאַנד
אַלעקסאַנדר ווישנעוועצקי
Published in Lebens Fragen Journal in 2005, October
די פראַגע וועגן פארשוויַיגונג פון דער קאטאַסטראָפע שטייט זייער שאַרף אין דעם היַינטצייטיקן לעבן.מיט יעדן טאָג ווערט קלענער די צאָל פון די לעבעדיק געבליבענע עדות פון יענער ציַיט ,און מיט יעדן טאָג וואַקסט און ווערט גרעסער די אַנטיסעמיטישע און אַנטיִישראלדיקע פּראָפּאָגאַנדע אין דער וועלט.עס טוט זיך אַלץ , כּדי צו פאַרשוויַיגן דאָם וואָס איז פאַרבונדן מיט דער קאַטאַסטראָפע פונעם יעווראָפּייעישן יִידנטום. עס דערנעענט זיך דער 60-יאָריקער יובילעי פון דעם גרויסן ניצחון איבער דעם פאַשיסטישן דיַיטשלאַנד.אין אָט דעם ניצחון איז די גרעסטע פאַרדינסט אויסגעפאַלן אויף דער סאָוועטישער מדינה.און אפּמערקונדיק דאָס קענען מיר אויך נישט פאַרגעסן ווי גרויס איז די שולד פון די סאָוועטישע מאַכטן אין דעם פאַרניכטן פון דעם יִידישן פאָלק.די שולד איז פאַרבונדן מיט דעם,וואַס סיַי פאַר דער מלחמה,אין די מלחמה-יאָרן און נאָך דער מלחמה איז געווען געטאָן אַלץ ,זאָל די אמתדיקע געשיכטע פון דעם טראַגישן גענאָציד פון דעם פאָלק נישט ווערן קלאָר פאַר די פעלקער פונעמ סאָוועטישן לאַנד און אין אויסלאַנד.און נאַר די צעפאַלונג פון דער סאָוועטישער אימפעריע האָמ העגעבן א מעגלעכקיַיט רעדן אָפן ועגן אַלץ ,ואָס איז פאַרבונדן מיט דעמ,וויַיל דאָס איז די איינציקע מעגלעכקיַיט צו נישט דערלאָזן נאָך א מאָל אַזוינע שרעקלעכע רדיפות און פאַרניכטונגען פון א גאַנצן פאָלק.דאָס פאַרשוויָיגונג איז א באַוויַיז פון דער שולד פון די סטאַליניסטישע און סאָוועטישע מאַכטן,פון פּאַטאַלאָגישער שנאה צום יִידישן פאָלק,פון זייר נישט ווילונג נעמען אויף זיך א חלק פון דער גרויסער שולד פאַר דעמ פאַרניכטונג פון 6 מיליאָנען יִידן.אמת געזאָגט ליגט די גרויסע שולד אויך אויף א ריַי לענדער,אויפן וואַטיקאַנישן פּויפּסט און אפילו אויף דער סיאָניסטישער אָנפירונג פון יענע ציַיטן. נאָר ,מיר אַקצענטירן די אויפמערקזאַמקיַיט אויף דער סאָוועטישער שולד,ויַיל אין דער סאַוועטישער אַימפּעריע אין די מילחמה – יאָרן איז פאַרניכטעט געוואָרן קימאט אַ האַלב פון די אומגעקומענע 6 מיליאָנען יִידן. נישט קוקנדיק אויף דעמ, וואָס די געדאַנקען ליקווידירן די יִידן זיַינען געווען אַריַינגעלייגט אין דער פאַשיסטישער אידעאָלאָגיע נאָך אין 1920 יאָר,וואָס אין 1933 יאָר איז געגרינדעט געוואָרן דער ערשטער קאנצלאַגער אין דאַכאַו,אַין 1938 האָט זיך אָנגעהויבן דאָס פאַרניכטן פון די יִידן אין דיַיטשלאנד,און אין 1939 איז געווען שוין אַויסגעבויט און אויסגעפּרוּווט די ערשטע גאַזקאַמערע צו פאַרניכטן מענטשן -האַבן די אינפאָרמאַציע–מיטלען אין ראַטנפארבאַנד וועגן דעם כּמעט נישט געשריבן.באַזונדערס,נאָכן אָפּמאַך וועגן ניט ֹ-אַנפאלונג אין 1939 יאָר ( פּאַקט מאָלאָטאָוו-ריבענטראָפּ) האָט מען בּכלל אָנגענומען צו פאַרשוויַיגן אַלצ וועגן די פאַשיסטישע פאַרברעכונגען קעגן יִידן.די סאָוועטישע דאָקטרין צו פירן א מלכמה נאָר אויף דער שונאסדיקער(פייַנטלעכער) טעריטאָריע און נישט דערלאָזן דעם פיַינט אויף דער אייגענער טעריטאָריע האָט געבראַכט צו דעם,אז קיַין שום פּלענער פון עוואַקואַציע איז נישט געווען אויסגעאַרבעט און דאָס האָט אויך געבראַכט צו שרעקלעבע פאַרלוסטן צווישן דער יִידישער באַפעלקערונג אין די נאָענטע צו די גרעננעצן ראַיאָנען פון וויַיסרוסלאנד,אוקראינע און מאָלדאַוויע שוין אין די ערשטע חדושים פון דער מלחמה. דאָס איינציקע מאָל,ווען דער אָנפירער פונעמ לאַנד סטאַלין האָט באַשולדיקט די דיַיטשן אין דער אָרגאניזאציע פון יידישע פּאָגראמען איז געווען אין זיַינער אַרויסטרעטונג דעם 6 נאָוועמבער 1941 יאָר.מיט פּרטים וועגן פאַרברעכונגען קעגן יִידן האָט זיך אַרויסגעזאָגט דער מיניסטער פון אינערלעכע זאַכן מאָלאָטאָוו ערשט אין יאַנואַר 1942 יאָר.נאָר שפּעטער אין זיַינע ווענדונגען דערמאָנט ער אפילו נישט וועג דער פּראָבלעם. און נאָר די יִידישע באַפעלקערונג פירט דורך מאָסמיטלען מיט פּראָטעסטן.די ערשטע אזוינע אַרויסטרעטונג קומט פאָר אין מאָסקווע דעם 24 אַוגוסט 1941 יאָר מיט דער באַטיַיליקונג פון מיכאָעלסן און פירנדיקע יִידישע שריַיבערס.כּדי באקומען הילף פון יִידן פון דער גאַנצער וועלט איז אין אַפּריל פון 1942 יאַר געווען געגרינדעט דער יִידישער אַנטיפאַשיסטישער קאָמיטעט.מיט זיַין הילף איז געווען צונויפגעקליבן 45 מיליאָנען דאַלארן ווי אַ הילף פאַר דער סאָוועטישער אַרמיי.דער קאַמיטעט האַט צעשפּריַיט די אמתדיקע שרעקלעכע אינפאָרמאַציע וועגן דעם גענאָציד פונעם יִידישן פאָלק.ער האָט דורגעפירט אין מאָסקווע אין אַפּריל פון 1942 יאָר נאָך איַין מיטינג פונעם יִידישן פאָלק. און נאָר אין 1944 יאָר זיַינען געווען געדוקט צוויי אָפיציעלע באַריכטן פון דער קאָמיסיע פון אויספאָרשן די נאַציסטישע פאַרברעכונגען,און דאָרטן זיַינען דערמאָנט די געטאָ ,נאָר עס שריַיבט זיך נישט קלאָר וועגן פארניכטן יִידן אין זיי. וועגן די צעשאָסענע אין באַבי יאַר (אין קיעוו ) איז דערמאנט אין די באריכטן,נאר עס איז נישט געזאָגט אַז די געהארגעטע דאָרט זיַינען אין מערסטן יִידן. עס זיַינען אויך פאַרשוויגן געוואָרן די פאַקטן וועגן צערשיסונג פון יִידישע געפאַנגענע זאָלנער גליַיך מיט קאָמוניסטן און אָפיצערן גליַיך נאָך דעם ,ווען זיי זיַינען אַריַינגעפאַלן אין געפענקעניש צו די דיַיטשן. פונעם אָנהייב פון דער מלחמה האַט זיך נישט געפירט קיַין שום פּראָפּאָגאַנדיסטישע אַרבעט צווישו דער באַפעלקערונג,וואָס האָט געדאַרפט רופן צו ראַטעווען יִידן אין ערשטער ריַי אויף די אָקופּירטע טעריטאָריעט,ווענדן זיך צו די פּאַרטיזאַנען ,זיי זאָלן פאַרטיַידיקן די יִידן,געבן צו וויסן אַלעמען,אַז די וואָס וועלן נעמען אַן אָנטיַיל אין פאַרגיסונג יִידיש בלוט,וועלן זיַין שטרענג געשטראָפט מיט די סאָוועטישע מאַכטן. דער משפּט-פראָצעס אין ניורענבערג האָט אָפן און קלאָר באוויזן דער גאָרער וועלט די שרעקלעכע מאַשטאַבן פון דער השואה .אויך איז געוואָרן קלאָר די גרויסע שולד אין דעם פון די פאָליטישע אָנפירערס אין א ריַי לענדער, וואָס האָבן אין זייערע קאַריעריסטישע און פּאָליטישע אינטערעסן פאַרשוויגן די קאַטאַסטראָפע.דער געפיל פון שולד פאַרן יִידישן פאָלק האָט געהאָלפן צו גרינדן די מדינת ישראל. נאָך דעם פאַרענדיקונג פון דער מילחמה די שנאה צו די יִידן האָט זיך נאר פאַרשטאַרקט אין ראַטנפאַרבאַנד און חוץ דעם וויַיטערן פאַרשוויַיגונג פון דער השואה האָבן זיך אַנגעהויבן די באַשולדיקונגען קעגן יִידן .די פּראַצעסן קעגן קאַסמאַפּאַליטן ,קעגן די קרעמלישע דאָקטוירימ,קעגן די פירנדיקע שריַיבערס און אַרטיסטן,דער טראַגישער טויט פון מיכאָעלסן האבן נאר פאָרגעשטעלט א צוגרייטונג צו מער שרעקלעכע זאכן, צו סופיקער ליַיזונג פון דער יִידישער פראַגע אין ראַטנפאַרבאַנד. צום גליק האָט זיך דאָס נישט איַינגעגעבן.
צו דער רשימה פון ארטיקלען
פאטאגראפיעס