אַ דור,וואָס האָט פאַרלוירן די מורא

אַ דור,וואָס האָט פאַרלוירן די מורא

אַלעקסאַנדר ווישנעוועצקי

Published in Lebens Fragen Journal in 2005, September-October

הונדערט יאָר טיילט אונז אָפּ פון דער ערשטער רוסישער רעוואָליוציע אין 1905 יאָר.אין דעם גורל פון ייִדן פון דער רוסישער אימפּעריע האָט די רעוואָליוציע און איר מפלה אָפּגעשפּילט אַ וויכטיקע ראָל אין אויפהייב פון דעם נאַציאָנאַלן באַוווסטזיַין און אין דעם קאָלאָסאַלן אויסוואַנדערונג פון רוסישע ייִדן ,אין מערסטן, קיַין אַמעריקע.די גרעסטע ייִדישע טראַגעדיע השואה טאָר נישט באַטיַיטן ,אַז מיר קענען פאַרגעסן פון די ייִדישע קרבנות פון די אונצאָליקע פּאָגראָמען ,פאַרבונדענע מיט די רוסישע רעוואָליוציעס פונעם 1905 און 1917 יאָרן,פון די העלדיש אומגעקומענע ייִדישע יונגע מענטשן,וואָס האָבן פאַרטיַידיקט דעם פאָלק פון פּאָגראָמען אין דער ייִדישער זעלבשוץ. די מאַסן – אַרויסטרעטונגען אין דער רוסישער אימפּעריע אין 1905 יאָר זיַינען געווען אָריענטירט קעגן דער שווערער עקאָנאָמישער לאַגע פון אַרבעטער און פּויערים,וואָס האָט זיך שטאַרק פאַרערגערט נאָך דער מפלה פון רוסלאַנד אין דער מילחמה מיט יאַפּאן אין 1904 יאָר.כדי אפּפירן די דראָונג פון ליקווידאַציע דער צאַרישער זעלבסטהערשונג האָבן די רעאַקציאָנע כוחות פונעם לאַנד צוועקמעסיק געצונדן די שנאה צו ייִדן. דער נאָענסטער ראַטגעבער פונעם רוסישן צאַר(מלך),דער פאָרזיצער פונעם היַיליקן סינאָד ק. פּאָבעדאָנאָסצעוו האָט אזוי כאַראַקטעריזירט די פּאָליטיק פון דער רוסישער אימפּעריע אין שיכות פון ליַיזן די ייִדישע פראַגע: איַין דריטל פון ייִדן דאַף מען אַוועקשטעלן אין אַזוינע שווערע באַגרענצונגען, לויט די געזעצן,זאָלן מוזן עמיגרירן,נאָך א דריטל איבער דער שווערער עקאָנאמישער לאַגע דאַף שטאַרבן פון הונגער , און דאָס פאַרבליבענע דריטל( צווישן זיי די ריַיכע ייִדן) וועלן אַסימילירן(איבערגייען אין קריסטנטום). די תקופה פון די ייִדישע פּאָגראָמען האָט זיך אָנגעהויבן אין 1881 יאָר און איר ערשטע כוואַליע האָט זיך פאַרענדיקט אין 1884 יאָר.אין די יאָרן זיַינען געווען געגרינדעט די ערשטע גרופּעס פון דער ייִדישער זעלבשוץ.די צווייטע כוואַליע פון ייִדישע פּאָגראָמען פאַלט אויס אויף די יאָרן 1903 -1906, די פּאָגראָמעו האָבן זיך אָנגעהויבן אין אַפּריל 1903 פון קעשענעוו און האָבן זיך פאַרשטאַרקט נאָכן אָנהיַיב פון דער ערשטער רוסישער רעוואָליוציע אין יאַנואַר פון 1905 .ווען דעם 17 אָקטאבער 1905 איז דעקלאַרירט געווארן דער צאַרישער מאַניפעסט,וואָס האָט געגעבן באַגרענצטע רעכט די בירגער פונעם לאַנד(נאָר נישט די ייִדן !), האָבן זיך די פּאָגראָמען פאַרשטאַרקט. בככל,וועניקער פון אַ יאָר ציַיט נאָכן מאַניפעסט (ביז סעפּטעמבער פון 1906 יאָר)זיַינען פאָרגעקומען 650 פּאָגראָמען. עס זיַינען געווען געהאַרגעט מער פון 3000 ייִדן און בערך 20000 פאַרווונדערט.די דריטע כוואַליע פון פּאָגראָמען פאַלט אויס אויף די יאָרן 1915 - 1921. פאַר דער ציַיט פון דער בירגערקריג אין רוסלאַנד איז די צאָל פון די פּאָגראָמען דערגאַן צו 2000, און די צאָל פון די געהאַרגעטע ייִדן מיט דער וויַיסער און רויטער אַרמיי,און מיט פערשידענע באַנדעס האָט דערגריַיכט ביז 100000 ייִדן.אַ האַלבער מיליאָן ייִדן איז געבליבן אָן אַ דאַך איבערן קאָפּ. אין אָט דער שרעקלעכער תקופה פון ייִדישע פּאָגראָמען האָט מיט גבורה און ערפאָלגן פאַרטיַידיקט די ייִדישע באַפעלקערונג די זעלבשוטץ .אין די פאַלן ,ווען די מיליטערישע טיַילן און די פּאָליציַי האָט זיך נישט אריַינגעמישט אויף דער זיַיט פון די פּאָגראָמשטיקעס, האָט די זעלבשוצ נישט דערלאָזט די פּאָגראָמען.נאָר אין דער מערסטער טייל פון פאַלן זיַינען ארויסגעטרעטן קעגן ייִדן צוזאַמען די שטאָטישע שיכורים און דעקלאַסירטע עלעמענטן,די פּויערים פון די נאענסטע דערפער און די פּאָליציַיען.אין די פאַלן, ווען דאָס איז געווען נישט גענוג, האָבן די מאַכטן אויסגענוצט קאַזאַקן און אַרמיי-טיַילן.זיי זיך קעגנשטעלן רעאַל האָט די זעלבשוץ נישט געקענט,וויַיל די זעלבשוץ איז געווען באַגרענצט אין געווער און אין מענטשן. די ייִדישע פּאָגראָמען פון יענער ציַיט האָבן באַקומען אַזוינע מאַסשטאַבן ,אַז דאָס רוסישע וואָרט-«פּאָגראָם» איז פון יענער ציַיט געוואָרן אַן אינטערנאַציאנאַלע.פאַרשטייט זיך,אַז די מאַסשטאַבן פון די פּאָגראָמען קען מען נישט גליַיכן צום גענאָציד אין דער ציַיט פון באָגדאַן כמעלניצקי,אָדער מיט דער השואה,נאָר אַ גרויסער ביַיטראָג אין טראַגישן גורל פון די ייִדן אין רוסישער אימפּעריע האָט געהאַט אַן אָרט. נאָך אַ וויכטיקסטער רעזולטאַט פון די יאָרן איז געווען דער מאַסנאָנטייל פון דער ייִדישער יוגנט אין דער זעלבשוץ.עס איז פאַראַן אַן אינטערעסאַנט בוך «א דור,וואָס האָט פארלוירן די מורא»,דאָס בוך איז אָנגעדרוקט אין ניו-יאָרק אין 1956 אויף ייִדיש צום 50-יאָריקן יוביליי פון דער ערשטער רוסישער רעוואָליוציע מיט משה כץ,א לעבעדיקן ביַיזעער פון די פּאָגראָמען און א טיַילנעמער פון דער ייִדישער זעלבשוץ אין יענע יאָרן (1904 -1906).אין עלטער פון 17 -18 יאָר, אין 1904 ,איז ער געוואָרן אַן אָנפירער און אַ אָרגאַניזאַטאָר פון דער זעלבשוץ אין ניקאָלאיעוו.חוץ דעם, האָט ער גענומען אַן אָנטייל אין דער אָרגאַניזאַציע פון זעלבשוץ אין די שטעט- אומאַן, אָדעס, קעשענעוו, פּינסק, זשיטאָמיר. וועגן דעם צוגרייטונג צו אַן ייִדישן פּאָגראָם אין ניקאָלאַיעוו האָט משה כץ זיך דערוווּסט פאַר 2-3 וואָכן פון דער אָנגעמערקטער מיט דער פּאָליציַי דאַטע - דעם 19 פעברואַר 1904 יאָר.אים און אַ ריַי זיַינע יונגע ייִדישע חברים האָט זיך איַינגעגעבן פאַר אָט דעם קורצן טערמין אָרגאניזירן אַ קרעפטיקע זעלבשוץ פון 200 מיטגלידער.נישט קוקנדיק אויף דעם,וואָס זיי האָבן זיך קיין מאָל מיט פאַרטיַידיקונג מענטשן נישט פאַרנעמען און די עלטער פון זיי איז געווען נישט מער ווי 20 יאָר, האָט זיך זיי אייַנגעגעבן אינטעגרירן אין דער ייִדישער זעלבשוץ יונגע רוסישע אַרבעטער פונעם שיפבוי- זאַוואד און באַקומען פון די ריַיכע ייִדן געלט ,און עס האָט געהאָלפן צו קויפן עפּעס ביַי די 25 פּיסטאָלעטן.הינטער דער שטאָט אין פּאַסיקע ערטער האָט זיך די יוגנט געלערנט שיסן און אין שטאָט האָט מען געהערט די שיסעריַי און פאַר די ייִדן איז געוואָרן קלאָר,אַז מע וויל זיי פאַרטיַידיקן פון אַ פּאָגראָם .אין די צעשפּריַיטע אין שטאָט פלוגבלעטלעך האָט דער זעלבשוץ –קאָמיטעט פאַרזיכערט די אַלע אַנטיסעמיטישע כוחות ,אַז זיי וועלן זיַין שטרענג געשטראָפט,אויב זיי וועלן נעמען אַן אָנטייל אין פּאָגראָם.אין טאָג פונעם אָנגעמערקטן פּאָגראָם אויפן צענטראַלן פּלאַץ פון דער שטאָט האָבן זיך צונויפגענומען פון איין זיַיט די אָרטיקע בירגער,געשטימטע קעגן ייִדן,פּויערימ מיט וועגענער (אויף צו אַרויספירן דאָס אָנגערויבטע ביַי ייִדן),פון דער צווייטער זיַיט יונגע ייִדישע און רוסישע מענטשן,וואָס זיַינען געווען גרייט צו קעמפן קעגן די פּאָגראָמשטשיקעס. צווישן דער זעלבשוץ און די פּאָגראָמשטשיקעס אין מיטן פּלאַץ האָבן זיך געפונען די אָרטיקע פּאליציַיען מיטן פּאָליצמייסטער און דעם גובערנאַטאָר פון דער שטאָט.אַלע אויספּרוּוון צעטריַיבן די זעלבשוץ אָן אָויסניצן געווער (וויַיל אויף געווער האָט די זעלבשוץ געהאַט אַן אַנטשפּרעכיקן ענטפער) האָבן צו גאָרנישט ניט געבראַכט. איבער אַ שעה ציַיט זיַינען די ערשטע אַנטלאָפן פונעם פּלאַץ די פּויערים ,דערנאָך די אַלע אָרטיקע פּראָוואָקאַטאָרס,וואָס זיי האָט אָנגענעמען פאַר געלט די פּאָליציַי, און שוין נאָך זיי האָבן אָנגעהויבן זיך צעגייען די מיטגלידער פונעם קאָמיטעט.זיי זיַיער געווען נישט צופרידען מיט דעם,ואַס עס האָט זיך געענדיקט בשלום,זיי האָבן געוואָלט נעמען נקמה ביַי די פאַרביסענע שונים פון ייִדן. דערמאָנענדיק זיך וועגן דער יוגנט אין יענע יאָרן, שריַיבט משה כץ, אַז דאָס איז געווען אַזאַ ציַיט ,ווען זיי זיַינען געווען גרייט צו קאַמף,דאָס איז געווען אין זייערע געפילן -צו קעמפן.אַזוי קומט פאָר נאָר אין די קריטישע מאָמענטן, ווען מע קען שוין נישט איבערטראָגן דאָס אונטערדריקונג און די דערנידערונגען און קיינער גלייבט שוין נישט די צוזאָגן פון די מאַכטן.די ייִדישע יוגנט האָט פאַרלוירן די מורא,וואָס איז געווען א סימן פון די פאָריקע דורות. די פּאגראָמען אין די ייִדישע שטעט האָבן זיך איבערגעחזרט נישט איין מאָל. למשל, דער ערשטער פּאָגראָם אין ניקאָלאַיעוו איז פאָרגעקומען אין משך פון 3 טעג, דעם 19-21 אַפּריל 1899 אין די יומ-טובדיקע טעג פון דעם קריסטלעכן פסח. דעם 19 אָקטאבער 1905 יאָר,איבער צוויי טעג נאָכן דעקלאַרירן דעם צאַרישן «פאַרבלוטיקטן מאַניפעסט» האָבן די מאַכטן דורכגעפירט אַ צוגעגרייטע פּראָוואָקאַציע און די באַנדיטן אונטער דער אָנפירונג פון די פּאָליציַיען זיַינען אָנגעפאַלן אויף די ייִדישע קלייטן און דרות.עס זיַינען געווען געהאַרגעטע און פאַרווונדערטע.אין אַפּריל פון 1919 האָט פאַרכאַפּט די שטאָט א רויטער קאָמאַנדיר ניקאליַי גריגאָריעוו. דאָס איז געווען א גרויסער ייִדישער שונה.און פאַרשטייט זיך,אַז נאָך א מאָל איז געווען א פּאָגראָם אין ניקאָלאַיעוו.אין חודש מיַי 1919 האָט גריגאָריעוו זיך אָפּגעזאגט צו דינען די באָלשעוויקעס (קאָמוניסטן) און געווען צעשאָסן מיטן אָנפירער פון אַנארכיסטן –מאַכנאָ. דער באַרימטער ייִדישער שריַיבער שלום עליכם איז געווען מיט זיַין משפחה דעם 17 אָקטאבער 1905 איו קיעוו, ווען עס איז געווען «געשענקט» די קאָנסטיטוציע מיט אירע «פריַיהיַיטן». און איבער אַ טאָג האָט זיך אָנגעהויבן אַ ייִדישער פּאָגראָם.אין זיַינע בריוו פון יענע טעג דערציילט דער שריַיבער,אַז עס איז געווען אַרויסגעלאָזט א באַפעל,אַז אויב ייִדן וועלן פּרוּוון זיך פאַרטיַידיקן,וועלן די סאָלדאטן שיסן אין זיי און חרוב מאַכן זייערע הייזער.די סאָלדאַטן האָבן געהאָלפן ראבעווען, שלאגן, גנבענען.און נישט קוקנדיק אויף דעם, האָבן זיך די ייִדן פארטיַידיקט.נאָר, ווי שריַיבט שלום עליכם « פאַר איין לעבן פון אַ שיכור,וואָס מיר לייגן אַוועק, בשעת ער קריכט צו אונזערע וויַיב און קינדער, גיבן מיר אַוועק 100 אומשולדיקע נפשות...אונדזער לעבן דאָ אַצינד איז ווערט א העלער (אַ קליינע עסטריַיכישי מטבע ).אַלע מינוט שטייען מיר אונטער דער ביקס פונעם דראַגונער,אונטערן קאַנטשיק פונעם קאַזאַק,אונטער דער דובינקע פונעם כוליגאַן «(פונעם בוך «שלום עליכם.אויסגעוויַילטע בריוו» אָגיז מלוכה-פאַרלאַג « דער אמת» מאָסקווע 1941 ). די אַלע פאַלן פון פּאָגראָמען אין פערשידענע שטעט און שטעטלעך האָבן געוויזן די ייִדן, אַז אין דעם לאַנד האָבן זיי נישט קיַין צוקונפט און 1.5 מיליאָנען ייִדן האָבן פאַרלאָזט רוסלאַנד פאַר די יאָרן פון די פּאָגראָמען. די יוגנט פון דער זעלבשוץ האָט פאַרלאָזט רוסלאַנד ניט פון שרעק, זי איז געווען אַנטוישט מיט דער אונמעגלעכקיַיט צו ענדערן די לאַגע אין לאַנד.

 


א היימיש זייטל

צו דער רשימה פון ארטיקלען פאטאגראפיעס
 

Hosted by uCoz