וואַסער.קיַין איין טאַך רינט נישט אַרויס פון אַראַל. נאַר אָנהייבנדיק פון די זעכציקסטע יאָרן פונעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט איז זייער געוואַקסן די באַדערפעניש אין וואַסער כדי באַקומען וואָס מער באַומוואָל.די אַגראָקולטור פאָדערט זייער אַ סך וואַסער.חוץ דעם איז זייער גיך געוואַקסן די באַפעלקערונג פון די 3 רעפּובליקן פון צענטראַל-אַזיע (אוזבעקיסטאַן, קאַזאַכסטאַן, טורקמעניע),וואָס ניצן אויס די וואַסער פון די טיַיכן,וואָס פאַלן אריַין אין אַראַל.למשל,אין אוזבעקיסטאַן אין 1950 יאָר האָט די צאָל פון דער באַפעלקערונג באַטראָגן ביַי די 6.3 מיליאָנען מענטשן און איצט איז די צאָל שוין 26 מיליאָנען מענטשן. די היַינטציַיאיקע טעכנאָלאגיע פון אויסוואקסונג פון געוויקסן איז פאַרבונדן מיט טראָפּן-באַוואַסערונג.אין דעמ פאַל זיַינען די באַדערפענישן אין וואַסער און מינעראלע באגיטיקונגען מינימאלע.די נאָטווענדיקע שפּיַיז באַקומט נאָר די אַגראָקולטור און עס ווערט נישט פאַרסאַמט די אַרומיקע ערד .נאָר ,צומ באַדויערונג, אין צענטראַל-אַזיע זיַינען אַזוינע טעכנאָלאָגיעס נישט געווען אויסגעניצט און ביז היַינטיקן טאָג ניצט מען זיי נישט.און די סיבות זיַינען אין דעם,וואָס דאָס איז טיַיער.די אָרטיקע פּויערים (דעכקאנים) ניצן אויס אַ טעכנאָלאָגיע , וואָס איז פאַר זיי טראַדיציאָנעל און באַזירט זיך אויף קאַנאַלן (אַריקן) פאָרמירטע אויף דער ערד ( ברייטע און שמאָלע) אָן שום בעטאָניערונג און אַ גרויסער חלק פון וואַסער ווערט פאַרפאַלן אומזיסט.דאָס זעלבע קומט פאָר מיט די מינעראַלע באַגיטיקונגען,נאָר זיי (אויך אין דעם פאַל) פאַרסאַמען דעם אַרומיקן גרונט.די פּראַבלעמעס זיַינען געוואָרן נאך שאַרפער נאָך דער צעפאַלונג פון ראַטנפאַרבאַנד.יעדע מדינה פון צענטראַל-אַזיע וויל באַקומען וואָס מער וואַסער און עס עקזיסטירט נישט קיַין אַלגעמיַינע הסכמה אין דער פראַגע,וואַזוי צעטיילן די וואַסער פון די טיַיכן .די סטאַביליזאַציע אין אַפגאַניסטאַן וועט נאָך פאַרגרעסערן די צאָל פון די געברויכער פון וואַסער. דאָס אַלץ האָט געבראַכט צו דעם, אַז דער רעסורס פון וואַסער אין ים האָט זיך פאַרקלענערט אין 5 מאָל און דער ים איז זיך צעפאַלן אויף עטלעכע חלקים.קיַין פרישע וואַסער פון די טיַיכן דערגייט כּמעט נישט צום ימ.עס איז אויך פילצאָליק אויסגעוואַקסו דער אינהאַלט פון זאַלץ און סם-מאַטעריאַלן אין ים, אז קיַין שום לעבעדיקס איז אין ים נישט פאַרבליבן,כאָטש פאַר דער קאַטאַסטראָפע איז דער ים געווען פול מיט פיש.דער אינדזל באַרסאַ קעלמעס (וועסט גייען און זיך נישט אומקערן-פון קאַראַקאַלפּאַקיש) אין ים- איז איצט שוין אויף דער יבשה.אויף דעם אינדזל (וואָס האָט זיך געפונען וויַיט אין ים) האָט ראַטנפאַרבאַנד געגרייט זיַין באַקטעריאָלאָגיש געווער און ביז היַינט עקזיסטירט אַ סכּנה פון שרעקלעכע עפּידעמיעס אין די קאַנטן,וואָס האָבן זיך שטאַרק פאַרגרעסערט נאָך דעם, וואָס דער אינדזל האָט זיך פאריַיניקט מיט דער יבשה. עס איז פאַראַן א האָפענונג אז אַ קליינעם חלק פון אַראַל וועט זיך איַינגעבן צו ראַטעווען אין קאַזאַכסטאַן אַ דאַנק א דאַמבע,וואָס וועט אפּטיילן די טייל פון אַנדערע טיילן פונעם צעפאַלענעם ים .און דערוויַיל, א גרויסע מענגע פון די קאַראַ-קאַלפּאַקן פאַרלאָזן זייערע, מיט הונדערטער יאָרן באַזעצטע ערטער, און גייען אַריבער פון אוזבעקיסטאַן קיַין קאַזאַכסאַן,וואָס וויַיטער פון דעם אומגעבראַכטן ים,וואָס טראָגט אין זיך איצט די סכנות פון הונגער,קראַנקהיַיטן און אַן איבערגאַנג אין א מדבר מיט פארסאמטער ערד און לופט. אַן ענלעכע קאַטאַסטראָפע קומט פאָר מיט ים- המלח,נאָר די מאַסשטאַבן זיַינען אויף אַ סך קלענער.דער ים האָט א שטח פון 1000 קוואַדראַטע קילאָמעטערס.ער געפונט זיך אויף 400 מעטר נידעריקער פון דער ניוואָ פונעם וועלטאָקעאַן.40 יאָר צוריק האָט זיך דער ים געצויגן אויף 80 קילאמעטרעס אין דער לענג.היַינט איז די לענג קלענער פון 50 קילאָמעטר.דער ים איז זיך צעפאַלן אויף 2 טיילן.די סיבות פון דעם מעגלעכן פאַרניכטונג פון דעם ים אין צוקונפט זיַינען די זעלבע ווי מיט אַראַל.פאַר די לעצע 50 יאָר איז פילצאָליק אויסגעוואַקסן די באַפעלקערונג אין ישראל און כאָטש דאָ ניצטן מען אויס די טראָפּנס –טעכנאָלאָגיעס אין אגראָווירטשאַפט, איז די נאָטווענדיקיַיט אין אונבאַזאַלצטער וואַסער זייער גרויס.די וואַסער פונעם איינציקסטן טיַיך ,וואָס פאַלט אריַין אין ים- המלח ניצן אויס 2 לענדער –ישראל און איאָרדאַניע.דער ים כינרת פונוואַנען הייבט זיך אָן דער טיַיך הירדן איז אפּגעטיילט מיט אַ דאַמבע פונעם טיַיך.וויַיל כינרת איז דער וויכטיקסטער רעסורס פון טרינקוואַסער אין ישראל.פאַר די לעצטע 20 יאָר איז דער ים- המלח אָפּגעטרעטן פון זיַינע ברעגן אויף 700 מעטר.ים המלח האָט אַ וויכטיקן באַדויטונג אין דער עקאָנאָמיק פון ישראל מיט זיינע מינעראַלע זאַלצן און בלאָטעס.די רעסורסן פון מעטאַלישע זאַלצן באַטראָגן 50 מיליאָן טאָן.דאָ איז אַן אוניקאַלער קלימאַט און אַן אָרט וווּ מע היַילט פערשידענע קראַנקהיַיטן,דאָס איז אַן אָרט,וווּהין קומען פילצאָליקע טוריסטן. פאַרשטייט זיך,אַז ראַטעווען די צוויי ימען איז אַ וויכטיקסטע אויפגאַבע פאַר דער מענטשלעכקיַיט.עס עקזיסטירן פילצאָליקע פּראָעקטן.למשל, פאַר אַראַל זיַינען פאַראַן צוויי גלאָבאַלע פּראָעקטן-איינער איז פארבונדן מיט איבערוואַרפן א טייל וואַסער פון קאַספּישן ים און דער צווייטער מיט איבערוואַרפונג א טייל וואַסער פון גרויסע סיבירישע טיַיכן (לענאַ און אָב) קיין צענטראל-אזיע.עס עקזירן פערשידענע סיבות,וואָס מאַכן די ליַיזונגען נישט רעאַל.גרינגער וויַיזט זיך אויס צו ליַיזן די פּראבלעם פון ימ- המלח.מע קען איבערוואַרפן וואַסער פון דעם רויטן ים(ים סוף) אָדער פון מיטללענדים(ים טיכאָן).נאר צו ליַיזן די אויפגאַבע מוז עקזיסטירן אַ צווישופעלקערע הסכמה אין דער פראַגע און חוץ דעם איז נישט קלאָר צו וואָס קען ברענגען די אויסניצונג פון זאַלצענער וואַסער פון די ימען –דאָנאָרס וואָס וועלן פאַרביַיטן די אומגעזאַלצטע וואַסער פון הירדן. אין דער ריַי פון די עקאָלאָגישע קאַטאַסטראפעס,וואָס קומען פאָר איבער דער שולד פון מענטשן איז איינע פון סאָמע שרעקלעכסטע פאַרבונדן מיט טשערנאָביל.נאָר אין דער לעצטער ציַיט אין די ניַיס רעדט מען שוין וועגן אַ עקאלאגישער קאַטאַסטראָפע מיט דער לבנה.די אַמעריקאַנישע קאָסמאָנאַווטן האָבן נישט וויסנדיק אַריַינגעטראָגן אין גרונט פון דער לבנה באַקטעריעס,וואָס איצט רוינירן די פּלאנעט.אויב דאס איז אמת,איז דאָס א שרעקלעכע זאַך.ווער ווייסט, צי מע קען עפּעס ביַיטן אין די באַציונגען פון מענטשן מיט דער ארומיקער נאטור.
Home