וועגן איינציקע פּראָבלעמעס פונעם 21-יאָרהונדערט

וועגן איינציקע פּראָבלעמעס פונעם 21-יאָרהונדערט

אַלעקסאַנדר ווישנעוועצקי

Published in Lebens Fragen Journal in 2006,March-April

מיר געפונען זיך אין

אָנהייב פון אַ ניַיעם

יאָרהונדערט און פאַרשטייט

זיך,אַז פאַר יעדעמען פון

אונז איז זייער וויכטיק און אינטערעסאַנט צו וויסן,וואָס וואַרט אונז און די קומענדיקע דורות וויַיטער.דאָס פאָריקע יאָרהונדערט האָט געבראַכט ראַדיקאַלע ענדערונגען אין די געביעטן פון דעמאָגראַפיע,עקאָנאָמיק,עקאָלאָגיע.די ניוואָ פון דעם מענטשלעכן לעבן האָט זיך פאַרבעסערט אין אַ ריַי אָרעמע לענדער,ווי, למשל, כינע און אינדיע.פון דער צווייטער זיַיט די טעטיקיַיט פון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע האָט געבראַכט צו אַ גלאָבאַלער דערוואַרעמקיַיט פון דער ערד און צו אַ גרויסער פאַרקלענערונגפון די רעסורסן פון נאַפט און וואַסער.צי קען דאָס אַלץ נישט פירן צו א גלאָבאַלער קאַטאַסטראָפע ?די פראַגע פון מעגלעכע קאַטאַסטראָפעס שטייט תמיד פאַר דער מענטשלעכקיַיט. לאָמיר זיך דערמאָנען די לעצטע אַזוינע פּראָבלעמעס.צווישן זיי-דער קאָמפיוטער – קריזיס, וואָס איז געווען פאַרבונדן מיט דעם איבערגאַנג אויפן ניַיעם טויזנט- יאָרהונדערט,דאָס ווילדע קיען-משוגעת,די אַטיפּישע פּנעוומאָניע, די ליקווידאַציע פון נוקלעאַרע איזאָטאָפּן,די פּראָבלעם פון גענעטיש מאָדיפיצירטע פּראָדוקטן, דער איידס (דער סינדראָם פון באַקומענען אימונאָ-דעפיציט), אַ דראָונג פון פאַלונג פון גרויסע קאָסמישע אָביעקטן אויף דער ערד,דער פויגל-גריפּ און די שטענדיקע דראָונג פון אַן אַטאָם-מלחמה. דערוויַיל זייען מיר אַ גליקלעכע ליַיזונג פון די אַלע פּראָבלעמעס,און אויב אַפילו נישט קיַין ליַיזונג, האָבן מיר ציַיט צו ליַיזן די ניַיע צרות. די לעצטע פופציק יאָר קענען זיַין באַטראַכט ווי רעלאַטיוו גוטע יאָרן –מיט וואַקסנדיקן געזונט פון די מענטשן,מיט פאַרבעסערטע באַדינגונגען אין מענטשלעכן לעבן.די דויערונג פונעם מענטשלעכן לעבן האָט זיך פאַרגרעסערט אויף צענדליקער יאָרן אין פאַרגלייך מיט די פאָריקע דורן.אַ ריַי פון שווערע קראַנקהיַיטן איז ליקווידירט ,נאָר פון דער צווייטער זיַיט גייען צום סוף די נאַפט-רעסורסן און דער קלימאַט אויף דער ערד ביַיט זיך ראַדיקאַל איבער דער אַקטיוויזאַציע פון דער מענטשלעכער טעטיקיַיט. .נאָר אויב די נאַפט-רעסורסן וועלן זיך ענדיקן איבער 10-30 יאָר (ווי עס זאָגן דאָס צו די פאַך-מענטשן),און זיי זיַינען די וויכטיקסטע סיבות פונעם היַינטציַיטיקן פראָגרעס,וואָס וואַרט אונז וויַיטער? איין באַרעל נאַפט איז אַן עקוויוואַלענט פון 25000 שעות מענטשלעכער אַרבעט.פאַר איין יאָר פאָדערט די היַינטציַיטיקע וועלט 30 מיליאַרדן באַרעלס נאַפט און די באַדערפעניש וואַקסן.און מע קען נישט אויסמיַידן די סכנה פון א שרעקלעכן קריזיס,וואָס קען פאָרקומען.פונעם 1999 יאָר זיַינען די פּריַיזן אויף נאַפט אוסגעוואַקסן אין 3-4 מאָל.נאָר כמעט גאָרשניט טוט מען נישט צום איבערגאַנג אויף אַנדערע רעסורסן. אמת –עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ ניַיער עטאּפּ אין באַהערשן די לבנה.דער טריט איז פארבונדן מיט דעם,אַז לויט די באַוויַיזן פון פאַך-מענטשן איז די לבנה זייער ריַיך אויף אַן איזאָטאָפּ געלי-3 ,וואָס גיט א מעגלעכקיַיט צו פּראָדוצירן די נוקלעאַרע ענערגעטיק אויף דער ערד אויף אַ ביליקן באַזיס.די רעסורסן אויף דער לבנה פון געלי-3 באַטראָגן מיליאָנען טאָן און איין טאָנע פון געלי-3 איז אַן עקוויוואַלענט פון 14 מיליאָנען טאָן נאַפט.געלי-3 איז נישט ראַדיאָאַקטיוו ,נאָר אויף דער ערד זיַינען נישט פאַראַן קיַין רעסורסן פון דעם עלעמענט.רוסלאנד,אמעריקע,כינה הייבן אָן זיך אינטענסיוו פאַרנעמען מיט דער פראַגע. און עס פּלאַנירט זיך צום 2020 יאָר אַן אָנהייב פון פּראָדוצירן אוף דער ערד די וויַיטערע ענערגעטישע אַנטוויקלונג מיט דער הילף פון געלי-3 . כדי צו פאַרקלענערן די הוצאות אוף צו שיקן שווערע קאָסמישע לאַסטן אויף דער לבנה פון דער ערד, וויל מען צו דער ציַיט פון אַרויסבאַקומען געלי-3 בויען אַ קאָסמישן לייטער - אַ ליפט. דער ליפט וועט קענען ברענגען אוף אַן אָרביטע פון עטלעכע צעננדליקער טויזנט קילאָמעטר געוויכטן פון דער ערד.דאָס איז אַן אָרביטע פון אַן ערד –סאַטעליט און פון איר קען מען שוין פליען וויַיטער צו דער לבנה מיט מינימאַלע באַדערפענישן אין ענערגיע.דער פּראָעקט פון א קאָסמישן לייטער וועט נישט שטערן דער ערדישער עקאָלאָגיע. די רעאַליזאַציע פון אַזאַ פּראָעקט באַזירט זיך אויף דעם,אַז די קאָסמישע סאַטעליטן,וואָס געפונען זיך אויף אַ מהלך פון 36000 קילאָמעטר אין דער עקוואַטאָריאַל-זאָנע האָבן די זעלבע ווינקל-שנעלקיַיט ,ווי די ערד אין איר דרייונג אַרום איר ערד-אַקס.דער טראָס,וואָס וועט הענגען פון אַזאַ געאָסטאַציאנאַרן סאַטעליט ביז צו אַ פּונקט אויפן עקוואַטאָר דאַרף האָבן אַ קאָלאָסאַלע שטאַרקיַיט.צום גליק גיבן די היַינטציַיטיקע נאַנאָטעכנאָלאָגיעס אָ האָפענונג אויף אַזאַ רעאַליזאַציע.מיט זייער הילף קען מען בויען לאַנגע פעדעמער מיט אן אונגעוווינלעכער פעסטקיַיט און שטאַרקיַיט.דערוויַיל האָט זיך אַנגעגעבן מיט דעם מעטאָד ברענגען לאַסטן אויף עטלעכע הונדערט מעטר.מע פּלאַנירט אויסניצן אַ קאָסמישן ליפט צום 2020 יאָר.אַ דאַנק דער נישט גרויסער מאַסע פון דער לבנה פאָדערט נישט דער אומקער פון קאָסמישע אָביעקטן צו דער ערד גרויסע ענערגעטישע רעסורסן. אויף דער צוקונפט ווירקן זייער די באַדערפניסן פון דער רעאַלער לעבנס-סיטואַציע.אָט לאָמיר נעמען אין אַכטונג די פּראָבלעמע פון עלעקטראָנישער האַנדל. איר וויַיטערער וווּקס איז ענג פאַרבונדן מיט דער אַנטוויקלונג פון 3-מאָסיקער טעלעוויזיע (פאַרנעם-טעלעוויזיע).די גרויסע הכנסה פון די האַנדל-קאָמפּאַניעס קען דערגריַיכן צו 100 מיליארדן דאָלאַרס, אויב די פּלאַנירטע סיסטעמע פון 3-מאָסיקער טעלעוויזיע וועט זיַין רעאַליזירט.די סיסטעם שטעלט מיט זיך פאָר 3- רעאַליזאַציעס,וואָס וועלן געבן אַ מעגלעכקיַיט דעמ קונה נישט פאַרלאָזנדיק זיַין היים אויסקלייבן די נויטווענדיקע סחורה מיט דער הילף פון טעלעוויזיע דורכן אינטערנעט,זי באַקוקן פון אַלע זיַיטן,דערפילן איר ריח,און אפילו אָפּמעסטן זי אין היים! און נאָך דעמ זי באַקומען,נישט אַריַינגייענדיק אין אַ קלייט דורך אַ באַשטעלונג.נישט קוקנדיק אויף דעם,אַז עס קלינגט פאַנטאַסטיש,איז דאָס רעאַל און מעגלעך.אין יאַפּאַן האָבן די מאַכטן שוין אויסגעטיילט געלט צו רעאַליזירן דעם פּראָעקט.די אַרבעט איז אָנגעמערקט צו פאַרענדיקן צום 2020 יאָר.אויף היַינטיקן טאָג זיַינען שוין רעאַליזירט עטלעכע וואַריאַנטן פון אַ סיסטעם פאַרנעם-טעלעוויזיע, נאָר עס עקזיסטירן שטרענגע פאָדערונגען- צו דער קוואַליטעט פונעם באַוויַיז,צו די מעגלעכקיַיטן באַקוקן דעמ אָביעקט פון אַלע זיַיטן,צו דער פּריַיז פון אַזאַ טעלעוויזאָר,וואָס דאַף זיַין ביליק.די אַנדערע רעאַליזאַציע ,וואָס גיט אַ מעגלעכקיַיט צו באַקומען אין היים די רעאַלע פאָרמעס פון א אָביעקט באַשטייט פון אַ עקראַן מיט עלאַסטישן מאַטעריאַל,אין וועלכן מיט דער הילף פון אַ קאָמפּיטער קען מען ענדערן די פאָרם פונעם עקראַן לויט דער איבערגעגעבענער אינפאָרמאַציע.עס איז שוין פאַראַן אַ רעאַליזאַציע פון אַזאַ פּראָעקט.אין דער קינסטלעכער לעדער פונעם עקראַן קען מען אפילו ענדערן די טעמפעראַטור לויט דער טעמפּעראַטור פונעם אָביעקט. וואָס איז שייך צו איבערגעבן אַ ריח, וועלן זיַין אויסגענוצט אַראָמאַטישע סמאָלעס,וואָס זייער ריח וועט זיך איבערמישן און געבן אַ ספּעציפישן אַראָמאַט לויט אַ באַפעל פון אַ קאָמפיוטער מיט דעם קאָד ,וואָס וועט זיַין איבערגעגעבן פונעם אָביעקט.די שווערסטע פּראָבלעם איז דאָ, וואַזוי אַרויספירן דעם ריח נאָך דעם סוף פון איבערגעבונג דעם קאָנקרעטן ריח פונעם אָביעקט. איינע פון די וויכטיקסטע פּראָבלעמעס,וואָס שטייט פאַר דער מענטשלעכקיַיט איז פאַרבונדן מיט דער דעמאָגראַפיע,מיט דער פאַרקלענערונג פון דער צאָל פון מענטשן אין 21-יאָרהונדערט.די פּראָבלעם איז נאָך וויכטיקער פאַר די אייראָפּעישע לענדער,וווּ דער באַוויַיז פון דעם געבוירונג פון קינדער באַטראָגט 1.2 אויפן אָרט פון מינימאַל נויטווענדיקע 2.1 אויף איַין פרוי,כדי זאָל זיך נישט ענדערן די צאָל פון די מענטשן אין אַ לאַנד.אין דער וועלט רוקט זיך אָן אַ ניַיע ענדערונג - דאָס ערשטע מאָל די טעמפּן פונעמ וווּקס פון דער צאָל מענטשן אויף דער ערד גייט צו אַ סטאַביליזאַציע און ווייטער, מעגלעך, צו אַ פאַרקלענערונג. צו וואָס קען דאָס ברענגן ווייסט קיינער נישט.און מיט דער פאַרקלענערונג אין אייראָפּע איז פאַרבונדן נאָך איינע פון די וויכטיקע פראָבלעמעס.אין דער ציַיט וואָס דאָ איז זייער געפאַלן די צאָל פון אָרטיקער יוגנט,וואָס קען זיַין טעטיק,קומען אויף איר אָרט יונגע מענטשן פון אַזיאַטישע און אַפריקאַנישע לענדער.אין מערסטן זיַינען דאָס פאָרשטעלערס פון איסלאמישער גלייבונג.די מוסולמענער זיַינען נישט גרייט זיך אַדאַפּטירן צו דער מערבישער קולטור און געזעצן און דאָס פירט צו דעם,אַז מיט זייערן עקסטרעמאַלן וווקס קענען אָן אַ מלחמה ווערו די לענדער איסלאַםישע .און אויב די פאַריַיניקטע שטאַטן אַ דאַנק דעם באַוויַיז פון 2.1 קינדער אויף אַ פרוי קענען פאַרהיטן זייער אידענטיפיקאַציע, איז דאָס געוואָרן שוין כמעט אונמעגלעך אין אַ ריַי לענדער פון אייראָפּע.

 

א היימיש זייטל

צו דער רשימה פון ארטיקלען פאטאגראפיעס


 

Hosted by uCoz